BlueGlobe International
My status

Translation Services

Translation Services

Career With BlueGlobe

Banner
Banner
Banner

SAIC

"SAIC is a FORTUNE 500® scientific, engineering, and technology applications company that uses its deep domain knowledge to solve problems of vital importance to the nation and the world, in national security, energy and the environment, critical infrastructure, and health. BlueGlobe International LLC consistently provides language services on a global scale which meet the strict vendor standards required by SAIC."


Fulbright

"BlueGlobe cares .. our expectations were exceeded with accuracy and promptness. A long term relationship will benefit our firm and yours."


Crowell-moring

"Thanks again for extra-ordrinary services."


AAAS

"Friendly staff combined with unusual promptness and services will see our association always requesting BlueGlobe."

* For Translation - click flag

אידיש איבערזעצונג סערװיסעסUS Flag

בלוגלאוב אינטערנעשענאל שטעלט צו קװאליפיצירטע אידיש איבערזעצערס

אונזערע פראפעסיאנעלע אידיש איבערזעצערס שטעלן צו איבערזעצונג סערװיסעס מיט א גרונטליכע קענטעניס אין די קװאל שפראך, טארגעט שפראך און דעם פרױעקט נושא. קאנטראקטירנדיג געניטע, ערפארענע אידיש איבערזעצערס, קען בלוגלאוב איבערזעצן פרױעקטן פון סײ װעלכן טיפ אדער גרײס, ארײנגערעכנט װעבזײטלעך, אי־מעילס, בריװן, צײטשריפטן, לעגאלע דאקומענטן, מעדיצינישע זשורנאלן, טעכנישע אנװײזונגען, ביכער, רעצעפטן, מעניוס און א''װ,.. אפילו א טאטו! דאס הײסט אז מיר זעצן איבער פרױעקטן אין פילצאליגע געביטן: לעגאלע, פינאנציעלע, מעדיצינישע, טעכנישע, מארקעטינג און א''װ. זײענדיג זײער אױפמערקזאם צו פארמײדן אומריכטיגע איבערזעצונגען, קען בלוגלאוב פארשפרעכן קליענטן אז אלע ארײנגעגעבענע מאטעריאלן װעלן איבערגעזעצט װערן בלױז דורך א קװאליפיצירטן אידיש איבערזעצער. דער איבערזעצער װאס איז באשטימט צום פרױעקט מוז האבן ערפארונג װאס קען דערװיזן װערן און ספעציפישע קענטעניס אינעם געביט פונעם קליענט'ס פרױעקט. אחוץ די יסודות מוז ער אױך פארשטײען די פונדאמענטאלע "שפראך טריקס" װאס אָן זײ קען מען נישט דערגרײכן א פערפעקטע איבערזעצונג. ביטע באמערקט! בלוגלאוב שטעלט אױך צו פראפעסיאנעלע שפראך סערװיסעס אױף כלל־יִידיש (יִיװאָ) צו אלע פארינטערעסירטע צדדים.

פארװאס בלוגלאוב אינטערנעשענאל?

װײל מיר שטאלצירן זיך מיט אונזער ארבעט און אונז ארן די רעזולטאטן! אלס אן אינטערנאציאנאלער מארקעט פירער אין איבערזעצונג סערװיסעס (איבערזעצונג, איבערטײטשונגג, קאָפירײטינג, לאָקאליזאציע און א''װ) זענען מיר מסוגל צו צושטעלן סערװיסעס אױף א גלאבאלן פארנעם סײ צו יחידים און סײ צו ביסנעסעס. כדי צו צושטעלן א 100% געטרײע איבערזעצונג צו אונזערע קליענטן, קומט פאר א רײע קװאליטעט טשעקס אױף יעדן שטאפל פון די איבערזעצונג. אײער רואיגקײט איז װיכטיג פאר אונז אין בלוגלאוב ,זײט זיכער אז איר װעט באקומען די פארדינטע און ערװארטעטע קװאליטעט.

  • הונדערטער פון הױבטשפראכן
  • אלע ספעציאליזאציעס
  • די סאמע קאנקורענצפעליגע ראטעס
  • קװאליטעט סערװיסעס
  • דער העכסטער שטאפל פון קאסטומער קעיר
  • די שנעלסטע־װאקסנדע איבערזעצונג קאמפאני אױף דער װעלט
  • הונדערטער פון דערװיזענע שפראך סערװיסעס סופלײערס
  • מאנשאפט קאָנצעפציע פון אנפאנג ביזן סוף
  • עװעילעבל 24 שעה טעגליך, 7 טעג א װאך

אונזער קװאליטעט פארזיכערונג פראגראם אין 10 טריט

דאס פאלגן אונזער טריט־בײ־טריט קװאליטעט פארזיכערונג פראגראם פארזיכערט אן אױסערגעװענליכע קװאליטעט פון אלע אידיש איבערזעצונג פרױעקטן


  • יעדער אידיש איבערזעצוג פרױעקט װעט אנאליזירט װערן דורך א קאמפעטענטן פרױעקט מענעדזשער
  • א פרטימ'דיגער איבערזעצונג פלאן װעט פאָרמולירט װערן דורכן פרױעקט מענעדזשער
  • א פראפעסיאנעלער איבערזעצער װעט באשטימט װערן צום איבערזעצונג פרױעקט
  • א טערמינאלאגיע דאטאבעיס װעט אױסגעארבעט װערן עקסקלוזיװ פארן פרױעקט
  • א CAT-טול װעט פראָגראמירט װערן פארן פרױעקט
  • דער פרױעקט װעט איבערגעזעצט װערן אױף אידיש
  • קװאליטעט קאנטראל טשעקס זענען תמיד דא
  • די איבערזעצונג װעט פלאצירט װערן אינעם געװאונטשענעם
    פאָרמאט (DTP)
  • אן אידיש־רעדנדיגער קארעקטאר װעט אדורכלײנען און בודק זײן די גאנצע איבערזעצונג נאכאמאל
  • דער ענדגילטיגער איבערזיכט דורך דעם איבערזעצער און פרױעקט מענעדזשער – ליפערונג צום קליענט

אונזער גלאבאלער נעטװארק פון קװאליפיצירטע, געניטע, פראפעסיאנעלע איבערזעצערס פארזיכערט בלוגלאובס יכלות צו צו שטעלן א שנעלן טיורנאראונד פון אפילו די גרעסטע פרױעקטן מיט אן ענגע דעדלײן. נישט קײן חילוק װעלכע קאמבינאציע פון די קװאל שפראך און די טארגעט שפראך איר פארלאנט, צי אידיש אױף ענגליש (US), צי ענגליש (US) אױף אידיש אדער סײ װעלכע אנדערע קאמבינאציע פון שפראכן (גאליציאנער אױף רוסיש, גרוזיניש אױף ענגליש (US), א''װ) גאראנטירט בלוגלאוב די פרעציזקײט און קװאליטעט פון אײער איבערזעצונג פרױעקט.

איבערזעצונג ראטעס – די אידישע שפראך

א צאל פאקטאָרן, װי די ספעציפישקײט פונעם טעקסט, געװאונטשענע דעדלײן, דער מספר פון װערטער, דאקומענט פאָרמאַט און א''װ, אפעקטירן דעם פרײז פון אן איבערזעצונג פרױעקט. פאר א גענױע רעכענונג פשוט דריקט אױף 'פארלאנגן א רעכענונג' און פילט אױס די אנלײן פארם. די פײלן מיט די דאקומענטן קען מען שיקן דורך אי־מעיל, צושטעלנדיג די נױטיקע אינפארמאציע און דאקומענטאציע פאר א גענױע רעכענונג, אן קײן עקסטרא באהאלטענע קאסטן.

בלוגלאוב אינטערנעשענאל איז שטענדיג עװעילעבל צו באדינען אונזערע קליענטן, 24 שעה טעגליך, 7 טעג א װאך! אונזערע העפליכע מיטארבעטער װעלן טאן אלץ װאס איז נאר מעגליך כדי אײך צו העלפן מיט אײער פרױעקט.

שפראך טעלעפאן אפעראטאר:
ענגליש
+1.541.330.0450 (USA)

אונזער אי־מעיל הילף דעסק (24/7) איז עװעילעבל אױף:
ענגליש - רוסיש - שפאניש
This e-mail address is being protected from spambots. You need JavaScript enabled to view it

פרײװעסי & סערװיס

די פרײװעסי פון אונזערע קליענטן איז היבש װיכטיג פאר אונז אין בלוגלאוב אינטערנאעשענאל. זײט זיכער אז אלע דאקומענטן, פרױעקטן, אי־מעילס, בריװן, דאקומענטאציע און א''װ װעלן געהאלטן װערן אונטער אונזערע שטרענגע פרײװעסי פרינציפן. אונזער ציל איז צו מאכן יעדן קליענט באקװעם און זיכער אין אונזערע סערװיסעס. ביטע באזוכט אונזער װעבזײטל און קוקט איבער אונזער פרײװעסי פאליסי. אט דער בלאט װעט אינפאָרמירן קליענטן איבער װאספארא אינפארמאציע מיר זאמלען, װיאזױ זי איז באשיצט, װי אױך אלע ברירות װאס קליענטן האבן איבער דעם װיאזױ די אינפארמאציע װערט גענוצט. מיר מוטיגן אײך צו דאַונלאָודן אונזער פּרײװעסי פּאָליסי איר זאלט גענצליך פארשטײען אונזער איבערגעגעבנקײט צו סערװיסעס און פרײװעסי. אװדאי מיר שעצן אײער בײשטײערונג און באטײליגונג! דורך אנהאלטנדיג א הױכן ניװא פון ארנטליכקײט און אן איבערגעגעבנקײט צו סערװיס װאס איז אן א גלײכן, האט בלוגלאוב שטאלץ אױפגעבױט א באזע פון קליענטן װעלכע געטרױען אונז גענצליך זײערע פרױעקטן און פערזענליכע אינפארמאציע. אלס צוריקקומענדיגע קליענטן זענען זײ אונזער גרעסטע עשירות.

איבערגעזעצט דורך לענא װאטסאָן

Contact Us זוכט איר א קאריערע?

זײט איר א באגאפטער פראפעסיאנאל װאס איז א בקי אין שפראך סערװיסעס? אױב יא, לאדענען מיר אײך אײן אױסצופילן די אנלײן אפליקעישאן פארם אױף אט דעם װעבזײטל! ס'איז אומזיסט, גרינג און װעט פארנעמען בלױז 5-7 מינוט פון אײער צײט.

Contact Usפראפעסיאנעלע קארעקטור!

זײט איר קװאליפיצירט און ערפארען אלס א קארעקטאר? זײט איר געבילדעט אדער טרענירט אין א ספעציפישן געביט? שליסט אײך אן מיט אונזער אידיש רעדנדיגע מאנשאפט װאס האט הנאה פון איר אינטערעסאנטע ארבעט!

Contact Usעקספּערטיז

בײ אונז אין בלוגלאוב טױג כמעשה'דיגע ארבעט נישט. הױכע קװאליטעט איז אונזער געװענליכער סטאנדארד. אונזערע קליענטן קומען צו אונז צוריק מחמת אונזער ברײטע עקספּערטיז.

Contact Us קאנטאקטירט אונז

קאמפאניס איבער די גאנצע װעלט האבן צוטרױ צו אונז
...און באלד װעט אױך איר אים האבן

Telephone:
+1.541.330.0450
+55.21.2262.1793
+91.172.2561020
Mobile:
+1.541.213.8526
+55.21.2262.1793
+91.981.4535577
Fax (USA-Argentina-India):
+1.541.330.0451
+55.21.2262.1793
+91.172.2561020

www.blueglobetranslations.com

צושטעלנדיג איבערזעצונג סערװיסעס – ... אױף הונדערטער שפראכן

אראביש עברית
כינעזיש איטאליעניש
האלענדיש יאפאניש
ענגליש לאטײניש
פראנצױזיש פארטוגעזיש
דײטש רוסיש
גריכיש שפאניש
אלע שפראכן

Professional Translation Services Company

Request a Quote

 

feed-image Feed Entries

Get your FREE QUOTE now or call us directly at 1.541.330.0450 or 541.213.8526 (USA)


Warning: session_write_close() [function.session-write-close]: write failed: Disk quota exceeded (122) in /home/blueglob/public_html/libraries/joomla/session/session.php on line 556

Warning: session_write_close() [function.session-write-close]: Failed to write session data (files). Please verify that the current setting of session.save_path is correct (/tmp) in /home/blueglob/public_html/libraries/joomla/session/session.php on line 556